משתמש:שדי חמד
"נוסף צו דער נקודה משותפת אין כללות עבודת השליחות פון אידן בכלל אלס שלוחים פון דעם אויבערשטן, וואס איז "אני נבראתי לשמש את קוני" (משנה וברייתא סוף קידושין), ובפרט פון די שלוחים פון נשיא דורנו - א נקודה משותפת איז גלייך בכל הזמנים - קומט צו מזמן לזמן א חידוש אין דער שליחות, א שליחות מיוחדת, וואס זי נעמט דורך און איז דער "שער" דורך וועלכען אלע עניני השליחות זיינען "עולה"; ועאכו"כ בנדו"ד - א חידוש כללי ועיקרי וואס איז ניט בלויז נאך א פרט (אדער א כלל) אין דער שליחות, נאך אן עיקר און אן ענין כללי ביותר, ביז דעם ענין הכי כללי אין אידישקייט - הכנה לביאת משיח צדקנו - וואס נעמט ארום אלע נקודות ופרטים פון דער עבודת השליחות.
ווי מ'האט שוין גערעדט מערערע מאל (ובפרט אין לעצטע חדשים און וואכן): לויט דער הודעה פון חז"ל (סנהדרין צז, ב) אז ס'איז שוין "כלו כל הקיצין", און די הודעה פון כ"ק מו"ח אדמו"ר נשיא דורנו, אז מ'האט שוין אויך תשובה געטאן, ביז אז מ'האט שוין פארענדיקט אלע עניני עבודה (אפילו "צופוצן די קנעפ" (ראה שיחת שמח"ת תרפ"ט)), און מ'שטייט גרייט צו קבלת פני משיח צדקנו - איז איצטער די עבודה און שליחות: צו זיין גרייט בפועל צו מקבל זיין פני משיח צדקנו בפועל ממש!".
- דבר מלכות חיי"ש ס"א. נד' בסה"ש תשנ"ב ח"א ע' 97.